מתפללים אינעם פוילישן שטאט דאנציג (Gdańsk) זענען ערשיטערט געווארן, ווען אינמיטן נעילה האט א פארשוין אריינגעווארפן א שווערע שטיין אינעם בית המדרש און דערביי אויסגעשאסן די שויבן. דער שטיין האט געלאנדעט צווישן די מתפללים, און - בחסדי השם - איז קיינער נישט פארוואונדעט געווארן. דער ארטיגער מעיאר האט זיך אנטשולדיגט און פארדאמט דעם אינצידענט, און פארשפראכן צו איינשפאנען די פאליציי צו כאפן דעם פארשוין וואס ווערט געזעהן אויף די זיכערהייט קאמערעס.


בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל