עס איז נעכטן באקאנט געווארן צום ערשטן מאל, אז דער רוסישע הויפט רב רבי בערל לאזאר, איז מיטגעפארן מיט א רוסישע דעלעגאציע, פאר א דיפלאמאטישע מיסיע קיין טעהראן, דער הויפטשטאט פון איראן.

הרב לאזאר געניסט פון גאר נאנטע און פערזענליכע באציאונגען מיט׳ן רוסישן פרעזידענט פוטין, און פוטין האט פארלאנגט אז ער זאל זיך באטייליגן אין א דיפלאמאטישע רייזע, אינאיינעם מיט א גרופע געזעצגעבער פון רוסלאנד וועלכע זענען געפארן אפצוהאלטן דיפלאמאטישע געשפרעכן.

די איראנער באאמטע האבן אין אנהייב פרובירט צו אויסשליסן הרב לאזאר פונעם דעלעגאציע, אבער פוטין פערזענליך האט קאטעגאריש פארלאנגט אז ער זאל מיטפארן.

דער באזוך איז פארגעקומען באלד נאך פסח, און - לויט די באריכטן - האט הרב לאזאר אויסגענוצט דעם באזוך צו ארומגיין אין די ארטיגע אידישע קהלה און מוסדות זיך צו אומקוקן אויף זייערע געברויכן און זיי ארויסהעלפן ווי ווייט מעגליך.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל