דער הויפט קאמאנדיר פון די אמעריקאנער קרעפטן אין אפגאניסטאן, האט באשטעטיגט אז אמעריקע האט אומגעברענגט אבו סאאד ארקאזי, דעם הויפט פון אייסיס אין אפגאניסטאן, אין א לופט אטאקע אינעם נאנגאהאר פראווינץ אין פאקיסטאן, ווי די ארטיגע אייסיס ארגאניזאציע פארמאגט אן אקטיווע טעראר באזע.

ארקאזי איז שוין דער דריטער אייסיס פירער אין אפגאניסטאן, צו ווערן עלימינירט דורך די אמעריקאנער קרעפטן. די אטאקע איז דורכגעפירט געווארן אויגוסט דעם 25'סטן, און עס זענען אומגעקומען אינאיינעם מיט אים נאך 10 הויכראנגיקע פירער פון דעם טעראר גרופע.

אייסיס אין אפגאניסטאן איז אין די לעצטע מאנאטן שטארק אויפגעוואכט געווארן, ספעציעל נאכדעם וואס הונדערטער קעמפער האבן זיך אומגעקערט פון סיריע און איראק קיין אפגאניסטאן. זיי האבן אין די לעצטע וואכן, דורכגעפירט צענדליגע טויטליכע טעראר אטאקעס אין אפגאניסטאן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל