נעכטן מאנטאג מיטאג איז פארגעקומען אין מדינת ישראל א העכסט דראמאטישע זיצונג צווישן אלע הויך ראנגיקע גענעראלן אינערהאלב די מדינת ישראל מיליטער, צוזאמען מיט כמעט אלע מיניסטארן פון פרעמיער ביבי'ס רעגירונג, צו דוסקוסירן אלע לעצטיגע פארגעשלאגענע שלום פראצעדורן, וואס זענען פארגעשלאגען געווארן אין דעם שרעקליכן אנגייענדע סוכסוך צווישן מדינת ישראל און דעם כאמאס טעראר ארגעניזאציע, און צי דן זיין צו די אלע פארגעשלאגענע פלענער האבן בכלל עפעס א האפענונג, און צי עס טראגט בכלל עפעס א ווערט, על כל פנים פון א מדינת ישראל שטאנדפונקט. למעשה, האט מדינת ישראל באשלאסן דערווייל גארנישט צו באשטעטיגן אדער עפעס אפווארפן, נאר ענדערש צו ווארטן און זען צו מצרים קען בכלל באיינפלוסן כאמאס, אויפצוהערן מיט די שעדליכע קייט באמבעס און ציל שיסעריי אטאקעס, וואס פלאגט די מדינת ישראל באפעלקערונג לעצטענס אויף א פארשטערקערטע פארמאט.

די רעדע איז איבער צוויי באזונדערע פארגעשלאגענע שלום פלענער. די ערשטע שלום פלאן איז פון מצרים, וועלכע וויל צוריק געבען קאנטראל פון דעם פלאץ פאר פאטאח וועלכע געפינט זיך אונטער די אנפירערשאפט פון אבו מאזען, אבער כאמאס וועט האבן די רעכט אנצוהאלטן זייערע וואפענס און פונקציאנירן אלס א זעלבסטשטענדיגע מיליציע, (עפעס וואס אבאס וויל אפילו אין חלום נישט הערן). אויב וועט די ערשטע פאזע אדורכגעפירט ווערן, דאן וועט מדינת ישראל צוריק עפענען דעם 'כרם שלום דורכגאנג' פאר פרישע עסן און סופלייס און אנדערע וויכטיגע מאטריאלן אין וואס די עזה פאס נויטיגט זיך, און מצרים וועט צוריק איבערבויען די חרוב'ע אינפאסטרוקטור וואס ליגט שוין אזוי חרוב זייט די פאריגע מלחמה מיט פינף יאהר צוריק. דאס אלעס וועט אבער נאר זיין רעלעוואנט אויב כאמאס וועט דער נאך אויפהערן אדורכצופירן אירע באמבאדירונגען אויף ארץ ישראל, ווייל אויב נישט האלט מען צוריק ביי "סקווער וואן". די צווייטע פארגעשלאגענע שלום פלאן איז געקומען פון די יו. ען. וואס נעמט אריין נאר אויפצוטוישן ארעסטירטע צווישן כאמאס און מדינת ישראל, און וועט אויך אריינעמען די געביין פון די צוויי געפאלענע סאלדאטן פון מדינת ישראל פון די פאריגע מלחמה 'צוק איתן'.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל