נעכטן האט סעקרעטערי אוו סטעיט 'מייק פאמפעיאו' אדרעסירט עטליכע הונדערט הויכראנגיקע דיפלאמאטן פון די סטעיט דעפארטמענט, און האט ארומגערעדט וועגן אמעריקע'ס אויסערן פאליסי איבער די וועלט, און צווישן אנדערע האט פאמפעיאו אדרעסירט דער מצב מיט איראן און די באנייטע סאנקציעס וואס אמעריקע גרייט זיך צו באנייען ממש אין די נאנטע טעג. ווי פאמפעיאו האט פארגעשטעלט פאר די אנוועזענדע דיפלאמאטן, איז פרעזידענט טראמפ אנטשלאסן פאראויסצוגיין מיטן גאנצן קראפט מיט די צווייטע שטאפל פון די נייע הארבע סאנקציעס, כאטש וואס אייראפע איז זייער סקעפטיש איבער די תועלת פון די גאנצע אנגעצויגענקייט מיט איראן. ווי שוין באריכטעט, האט שוין אמעריקע באנייט די ערשטע טייל פון די גאר הארבע און שטרענגע סאנקציעס אקעגן איראן, וואס האט שוין מצליח געווען אין די גאר קורצע צייט וואס זיי זענען אין קראפט, אנצומאכן באדייטענדע שאנדענ'ס צו די איראנישע עקאנאמיע, אפילו די רעדע איז נאר פון עטליכע חדשים, און די סאנקציעס זענען נאר פון אמעריקע אליין, דאך אבער טוען רוב אלטוועלטליכע קאמפאניס זיך צוריק האלטן פון צו מאכן ביזנעס מיט איראן, ווייל זיי ווילן נישט פארלירן זייערע רעכטן פון צו האנדלן און טון ביזנעס מיט אמעריקע. יעצט עטליכע חדשים שפעטער, זעענדיג אז די איינזייטיגע אמעריקאנע סאנקציעס ארבעט זייער גוט, איז אמעריקע גרייט צו באנייען די צווייטע שטאפעל פון די סאנקציעס, וואס וועט נאך מער פארקריפלען און פארשטומען די איראנישע עקאנאמיע.

ביי זיין אויפטריט אינעם סטעיט דעפארטמענט האט סעקרעטערי אוו סטעיט 'מייק פאמפעיאו' געזאגט, אז אמעריקע וועט אנהאלטן די נייע שטרענגע און הארבערע סאנקציעס אויף איראן, ביז זי וועט זיך ברעכן און מסכים זיין צו די פארלאנגן פון אמעריקע, אנבאלאנגט די נוקלעארע קריזיס צווישן אמעריקע מיט איראן, און נאר אויב איראן וועט פולקאם נאכקומען אלע פארלאנגן פון אמעריקע אויף דער נושא, דאן וועט אמעריקע אראפנעמען די מאכטפולע און ווירקזאמע סאנקציעס פון איראן. פאמפעיאו האט אויך ארויסגעברענגט דער פאקט, אז פאר פיר יאר צוריק ווען די וועלט און אמעריקע זענען אלע געווען בעצה אחת מיט די סאנקציעס אקעגן איראן, האט איראן גענצליך אונטערגעבראכן, און איראן איז געווען דער וואס האט זיך געבעטן פאר א דיל, נאר דער שוואכלונג אבאמא האט נאכגעגעבן אלעס וואס איראן האט נאר געהאט פארלאנגט, און האט באשטעטיגט גאר א שוואכע דיל פאר די מערב וועלט וואס אפילו לשיטתם גארענטירט עס גארנישט, אנטשטאט'ס וואס מען זאל אויסנוצן דער געלעגענהייט און אראפקוועטשן איראן ביז צו די מאקסימום, אצינד וועט פרעזידענט טראמפ דאס פאריכטן מיט די באנייטע סאנקציעס און וועט נישט נאכגעבן ביז ווילאנג איראן וועט פולשטענדיג קאפעטילירן.

אייראפע איז אבער נאך אלט'ס זייער סקעפטיש איבער אמעריקע'ס איינזייטיגע מהלך, דער אויסערן מיניסטער פון די אייראפע'ישע פאראיין האט פאריגע וואך באזוכט אין וואשינגטאן, פארצושטעלן אייראפע'ס זארגן פאר די טראמפ אדמיניסטראציע, און אז מען זאל נישט פראבירן צו כאפן און טון איינזייטיגע שריט, נאר פראבירן צוזאמען אויסצוארבעטן א געמיינזאמע מהלך אין וואס די גאנצע מערב וועלט וועט אנטייל נעמען. דערוויל אבער, פון פאמפעיאו'ס ווערטער קוקט נישט אויס אז פרעזידענט טראמפ איז געווארן שטארק איבערגענומען פון די שיינע רייד..., און מיט רעכט, צו וואס זאל טראמפ זיך דארפן רעכענען מיט אייראפע ווען ער קען אליין פארטיגן דעם דזשאב..., טראמפ האט מן הסתם אויך געליינט די איראנ'ישע פינאנציעלע באריכטן וואס קומען אריין די וואך, און ער האט אויך געזען וואס יעדער בר דעת האט באמערקט, אז איראנ'ס עקאנאמיע איז שוין באלד נישט ראוי אפילו לצור על פי צלוחיתו, דעריבער, זעענדיג אז זיי איינזייטיגע מהלך ארבעט זיך אויס גאר גוט, דאן דארף ער מער נישט די מיט ארבעט פון אייראפע, בו בזמן, וואס זיי העלפן אים ממילא מער נישט מיט זיינע אגענדעס איבער די וועלט, איז צו וואס דארף ער זיי האבן...?

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל