פלאָרידע - אַ אָובער דרייווער האָט פאַטאַל געשאָסן אַ מאנספּערזאָן צום טויט, נאָכדעם וואָס ער האָט אָפּגעשטעלט זיין אָויטאָ, און פּראָבירט צו קאָנפראָנטירירן זיין ווייב.

די אינצידענט האט פאסירט דינסטאג פארטאגס, ווען דזשעסאָן באָעק'ס ווייב האט גערופן אן אובער אהיימצופירן איר אנגעטריקענע פריינדינע פון א שענק, און - וויאזוי די פאליציי גיט איבער - האט זי איר געהאלפן אריינשטייגן אין די אויטא. באעק האט דאס צוגעזעהן און געמיינט אז זיין ווייב איז אויך אריין אינעם אויטא, ווען אינ'אמת'ן איז זי צוריק אריין אינעם קרעטשמע.

באעק איז שפעטער אריין אין א אנגעצויגענע טעקסט-דיסקוסיע מיט זיין ווייב, ווי ער האט געווארנט אז ער גייט אפשטעלן דעם אובער. נאכ'ן אויפקוקן אויף די אובער-עפפ ווי די אויטא געפונט זיך, האט ער אנגעהויבן נאכצופארן דעם אובער, און געמאכט א שארפע אפשטעל פארנט פונעם אובער, וואס האט געצווינגען דעם דרייווער זיך אפצושטעלן.

ווי מען זעט אויף די דעש-קעם ווידיא, לויפט באעק צו צום אובער - האלטנדיג אן אביעקט אין זיין האנט - שרייענדיג און פאכענדיג "איך האב א ביקס און דו וועסט געשאסן ווערן. א סעקונדע דערנאך, איז ער אליינס געשאסן געווארן דורכ'ן אובער דרייווער צום טויט.

לויט ווי די שעריף גיט איבער, האט באעק נישט געהאט קיין וואפן, נאר א סעלפאון, אבער די אובער-דרייווער האט נאכאלץ געהאט די רעכט צו שיסן, צוליב דעם "סטענד-יור-גראַונד" זעלבס-שוצע געזעץ.

בילד

באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)


די דעש-קעם ווידיא

די שעריפ'ס פרעסע קאנפערענץ


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל