א מיטלמעסיגער דעמאקראט מיט א געווינער רעקאָרד אין טענעסי, וועט לויפן קעגן א פארברענטער קאנסערוואטיוו אין די נאוועמבער וואלן.

דער געוועזענער דעמאקראטישער טענעסי גאווערנאר פיל ברעדעסען וועט לויפן קעגן די רעפובליקאנער קאנגרעספרוי מארשא בלעקבורן, זינט ביידע האבן היינט געווינען די פריימעריס פון זייערע פארטייען.

די פארמעסט ווערט באטראכט אלס די הייסטע פון איבער גאנץ אמעריקע. די רעפובליקאנער האבן נישט גע'חלומ'ט אז זיי וועלן דארפן פארטיידיגן א זיץ אין די רויטע טענעסי, אבער ברעדעסען אַפּעלירט צו נייטראלע וויילער און אויך די פון די קעגענער פארטיי, ווי אויך טראמפ'ס שוואכע פאפולאריטעט, ברענגט די פארמעסט גאר נאנט, אבער נאכאלץ מער רעפובליקאנער געשטימט.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל