גריפיטי וואס לייענט זיך "ניין צו ציוניזם, ניין צו מדינת ישראל" איז געפארבט געווארן אויף א שוהל אין מערב פראנקרייך.

די וואנדאליזם האט פאסירט די פארגאנגענע שב"ק אויף די הויפט שוהל פון די שטאט לא האוורע, הונדערט מייל פון פאריז, אריינגערעכנט קלעב-צעטליך מיט די פאלעסטינער, לבנון און פארצויזישע פענער.

צוויי יאהר צוריק האט מען געפונען לעכער פון קוילן אין די פאסט-קעסטל פון די שוהל. די נאציאנאלע ביוראָ פאר אויפמערקזאמקייט קעגן אנטיסעמיטיזם (בי.ען.ווי.סי.עי.) האט גערופן די רעגירונג, צו טוהן אלעס וואס זיי קענען צו כאפן דעם פארברעכער.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל