וואשינגטאן - שטיצע פאר פריוואטע שולעס אין אמעריקא איז געשטיגן דורכאויס די לעצטע יאהר, בעת וואס די עיקר וואוקס איז געקומען פון רעפובליקאנער וויילער, לויט אן אנקעטע וואס איז ארויסגעגעבן געווארן נעכטן דינסטאג. די אנקעטע איז ארויסגעגעבן געווארן אין די זעלבע צייט וואס די ערציאונג מיניסטארשע טוט פארשלאגן אלטערנאטיווע ערציאונג אינסטיטוציעס צו די פובליק שולעס.

44 פראצענט אין אנקעטע זאגן אז זיי זענען אין שטיצע פון פריוואטע שולעס, אין פארגלייך צו בלויז 39 פראצענט וואס האבן געזאגט די זעלבע אום 2017. די וואוקס פון 5 פראצענט טוט אבער נישט צוריקשטעלן די שטיצע צו איר הייעך וואס האט געהאלטן אום 2016 , ווען אזויפיל ווי 51 פראצענט פון אמעריקאנער האבן געזאגט אז זיי שטיצען די אויסברייטערונג פון טשארטער שולעס. קוקנדיג אויף די פארטיי ליניעס, זאגן 57 פראצענט פון רעפובליקאנער אז זיי שטיצן מער שולע אויסוואל, צו 36 פראצענט פון דעמאקראטן וואס זאגן די זעלבע.

שטיצע צווישן אמעריקאנער צו געבן רעגירונג וואוטשערס פאר פאמיליעס וועלכע האבן א נידריגע איינקונפט, אז דאס זאל זיי קענען העלפן באצאלן פאר די שכר לימוד איז געשטיגן מיט פינף פראצענט, ארויפגייענדיג פון 37 פראצענט די פארלאפענע יאר, צו 42 פראצענט וועלכע שטיצן סקול וואוטשערס אין די היי יעריגע אויספרעג.

חרדי'שע אידן קוקן שטארק ארויס אז די רעגירונג זאל ארויסהעלפן מיט באצאלן פאר די שווערע קאסטן פון שכר לימוד, וואס איז פון די גרעסטע אויסגאבן פון די אידישע פאמיליעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל