מאסקווע – דער אמעריקאנער טרעזשורי דעפארטמענט האט נעכטן געמאלדן צוויי פרישע רונדע סאנקציעס קעגן רוסישע פירמעס און אינדיווידועלן. די סאנקציעס האבן שייכות מיט סייבער אקטיוויטעטן און מיט'ן פארלעצן סאנקציעס קעגן צפון קארעא. די סייבער סאנקציעס זענען קעגן צוויי פירמעס וועלכע האבן פרובירט דורכ'ן אינטערנעט צו קויפן אונטערוואסער און טויכער געצייג פאר רוסישע רעגירונג אגענטורן.

די פירמעס האבן געזוכט צו קויפן די געצייג, טראץ וואס עס איז פארבאטן צו האנדלען מיט די רוסישע רעגירונג אויף די סארט געצייג. די צפון קארעא-פארבינדעטע סאנקציעס, איז איבער דעם וואס עטליכע רוסישע פירמעס און אינדיווידועלן האבן געהאנדלט מיט צפון קארעא אויל. רוסלאנד לייקנט די באשולדיגונגען און סטראשעט מיט קאנטער-סאנקציעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל