מאסקווע - רוסלאנד וועט נאכמער פארקלענערן אירע אינוועסטמענטס אין אמעריקאנער סעקיוריטיס, אלס ענטפער צו די נייע אמעריקאנער סאנקציעס קעגן איר, אבער פלאנירט נישט צו פארמאכן אמעריקאנער פירמעס וואס אפערירן אין איר לאנד, האט היינט געזאגט די רוסישע פינאנץ מיניסטער אַנטאָן סילוענאוו.

פרעמיער מיניסטער דעמיטרי מעדוועדעוו האט פרייטאג געזאגט אז רוסלאנד זעהט יעדע סארט אמעריקאנער באוועגונג צו שמאל מאכן פאר רוסישע בענק, ווי א דעקלעראציע פון עקאנאמישע קריג, און זיין לאנד וועט נעמען נקמה.

דאס אלעס קומט נאך וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט פארעפנטליכט מיטוואך, אז אמעריקע לייגט פרישע סאנקציעס אויף רוסלאנד איבער די פאר'סמ'ונג פון א ענגלישע שפיאנאזש אגענט און זיין טאכטער, צוליב די מסקנא אז די רוסן האבן דורכגעפירט די אטאקע אויף די בריטישע באדן.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון מאניס שעהר צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל