די סטעיט דעפארטמענט האט געמאלדן אז אמעריקע וועט ארויפלייגן פרישע סאנקציעס אויף רוסלאנד, איבער די באנוץ פון די ביאלאגישע וואפן "נאוויטשאק" אין לאנדאן קעגן דעם ענגלישע שפיאן סערגעי סקריפאל און זיין טאכטער יוליא.

די סאנקציעס, אויסגעלויבט דורך די בריטישע רעגירונג, לייגט צו דרוק אויף די רוסישע רובל, וואס האט שוין אנגעהויבן צו פאלן היינט צופרי, ווען די רוסישע מידיא האט ארויסגעגעבן די פולע דאקומענט וואס ווייזט א פארגעשלאגענע ביל אין קאנגרעס, וואס זוכט ארויפצולייגט גאר-שווערע סאנקציעס אויף די רוסן פארן זיך אריינמישן אין די 2016 פרעזידענטליכע וואלן. זייער וואלוטע האט געזינקען, צו די נידריגסטע שטאפל זינט נאוועמבער 2016.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל