מיזורי - אויטאריטעטן אין סט. פרענצוואַ קאונטי פארשן א "טשיילד עביוז" פאל, ווי קינדער זענען געהאלטן געווארן אין קליינע, פינסטערלאזע קעסטלעך אין א הויז. לויט די סט. פרענצוואַ קאונטי שעריפ'ס דעפארטמענט, האבן דעפיוטיס געקומען העלפן די מיזורי קינדער דיוויזיע'ס אויספארשער איבער א רוף צו די "טשיילד עביוז" האטליין. די רוף האט געזאגט אז קינדער אין די הויז ווערן געהאלטן פארשפארט אין זייערע צימערן, פארקלאפט מיט פּלייוואָוד האלץ און שרויפן.

דער 38-יעהריגער דעריל היעד, דער ערוואקסענער מאן פונעם הויז, האט פון אנפאנג נישט אריינגעלאזט די אויספארשער אין די היים. איינמאל זיי האבן זיך אריינבאקומען אינעווייניג, האבן זיי געזעהן ווי די 38-יעהריגע פרוי לאורע טשיעטעם נעמט אראפ די פּלייוואָוד האלץ פון עטליכע קעסטלעך, און קינדער קומען ארויס פון זיי. די פיר קינדער, דריי מיידלעך און א אינגל, זענען צווישן פינף און צוועלף יאהר אלט.

ביידע ערוואקסענע זענען ארעסטירט געווארן אויפן פלאץ, און ביידע ערווארטן קלאגעס פון שטעלן קינדער אין געפאר און קידנעפינג.

אויפן בילד: די קינדער'ס קליידער (די פאליציי האט צוגעלייגט א גרויסע מאס אויף די רעכטע זייט, צו ווייזן ווי קליין די אנדערע זענען) און דעריל היעד.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון שמחה דאסקאל צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל