ברוקלין - א קאָרעקשאָן אפיציר איז אנגעקלאפט געווארן דורך אן ארעסטאנט, ביז'ן פאלן חלשות, און די גאנצע אינצידענט איז אפגעכאפט געווארן דורך א קאמערא (זעה ווידיא אונטן).

די גרויזאמע אטאקע איז פארגעקומען אין די "ברוקלין דעטענשאן קאמפלעקס" בערך 1:40 נעכטן נאכמיטאג. היינט איז א צווייטע אפיציר אטאקירט געווארן, דורך פינף מיטגלידער פון די "בלוט" גענג באנדע.

די דינסטאג אנפאל איז דורכגעפירט געווארן דורך דעם 24-יעהריגער פאריז טילערי, מיט די הילף פון נאך צוויי ארעסטאנטן. דער אפיציר האט באוויזן אים צו באשפריצן מיט פעפער-ספרעי נאכן ווערן אראומגענומען און געשטעפעט דורך די חברה, אבער דער ווילדער קרימינאלער האט אנגעהויבן צו זעצן גאר ברוטאַל אין דעם אפיציר'ס פנים מיט די פויסטן, ביז ער איז אראפגעפאלן אויף די ערד. ער האט אים איבערגעלאזט אומבאַוואוסטזיניג, מיט א צובראכענע נאז און א צובראכענע דזשאָה (לסת, jaw).

טילערי זיצט פאר די מארד פון ריישין ערווין אין ברוקלין, דעפטעמבער 2016.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

ווארענונג: די ווידיא איז זייער גרויזאם!

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל