קארהאנקסאן - די פרייליכע זומער אַטמאָספערע קען זיך נעבעך ענדיגט פרי פאר די איבער טויזענט סאטמארע מיידלעך אין די קארהאנקסאן קעמפ, נאכדעם וואס די אלסטער קאונטי העלט דעפארטמענט האט באפוילן צו פארשפארן די קעמפ ביז מאנטאג 5 נאכמיטאג.

דר. קעראל סמיט, די קאמישאנער פון די אלסטער קאונטי העלט דעפארטמענט, זאגט אז זי גענומען אויסערגעווענליכע מאסנאמען, צוליב וואס די צובראכענע אפלויף סיסטעם שטעלט פאר א געזונהייט סכנה פאר די קינדער, מיט'ן זיין אויסגעשטעלט צו רויע סוער מאטעריאל רח"ל.

ראטשעסטער טאון סופערווייזער מייק בעדן האט געזאגן אז די שכינים האט זיך אפגערעדט - ווי באריכטעט - זינט יוני, איבער די שווערע ריח.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל