א זעלבסמארד לופטפעלד ארבעטער האט געקראכט א עירליין פליגער, נאכ'ן פירן די 76-זיצן פליגער אויף א שעה'דיגע נסיעה.

א 29-יעהריגער אלאסקע עירליינס ארבעטער ריטשארד ראסעל, האט פרייטאג באוויזן צו ווערן אדורכגעלאזט אלע בעקגראוד טשעקס, און האט גענומען א "האריזאן עיר" "קיו-400" פליגער פון די סיאַטעל-טאַקאָמע לופטפעלד, און זיך געהויבן אין די לופט. מינוטן שפעטער איז ער ארומגענומען געווארן דורך עף-15 קאמפס דזשעטס, און אים ארויסגעשטופט פון העכער באוואוינטע געגנטער, נענטער צו די וואסער.

מען קערן הערן אין די "פלייט קאנטראל" רעקארדירונג (הער ביים ענדע), ווי מען בעט אים פון אונטן, רופענדיג אים "ריטש" און ריטשארד", אז ער זאל לאנדענען אויף א געוויסע פלאץ, אבער ער זאגט אז ער "איז נאכנישט גרייט עס אראפצוברענגן". מען הערט אים דאן ווי ער לאכט אויס, אז ער וועט לכאורה באקומען "טורמע פאר'ן גאנץ לעבן" פאר די אומאויטאריזירטע פלי.

ער האט שפעטער אראפגעקראכט די פליגער אין א שטארק-באוואקסענע וואלד, אויף די שיטער-באוואוינטע אינזל "קעטראן איילענד". די אנצידענט האט געברענגט כאַאָס אין די לופטפעלד, מיט פליגערס געשטראנדעט אויף די ראנוועי, פאראורזאכנדיג פארשפעטיגונגען.

דער פארשוין האט געארבעט אין די לופטפעלד אלס איינער וואס לאדענט אראפ פעקלעך פון פליגערס. ער האט נישט געהאט קיין פילאט לייסענס אדער ערפארונג, אבער האט באוויזן קונסטן מיט'ן מאנאווערן די פליגער אין שווערע באוועגונגען.

בילד: די פליגער ווערט ארויסגעשטופט פון העכער באוואוינטע א געגנט, דורך א קאמפס פליגער

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)



בילד: די פליגער קראכט, און גייט אויף אין פלאמען אין די געדיכטע וואלד

בילד: דער פארשוין, ריטשארד ראסעל



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל