וועסטמיניסטער, ענגלאנד - א קאר האט אריינגעזעצט אין די באריקאדעס אינדרויסן פון די ענגלישע פּאַרלאַמענט, און דאס ווערט פארדעכטיגט אלס א מעגליכע טעראר אטאקע. די בריטישע אנטי-טעראריזם קאמאנד פירט אן די אויספארשונג.
א מאן, אין זיינע 20-ערס, איז ארעסטירט געווארן, האט איבערגעגעבן די "סקאָטלאַנד יאַרד" געהילף-קאמישאנער ניעל בּאַסו. דער פארשוין האט אריינגעגעפירט א פאָרד פיעסטאַ קאר אין עטליכע ביציקלעך און פוסגייער, פאר'ן אריינגעקראכן אין די באריקאדעס אין די "פּאַרלאַמענט סקווער", וואס זענען אַראָפּגעשטעלט געווארן טאקע פאר די צוועק. עס הייסט אז דער פארדעכטיגטער קאאפערירט נישט מיט די פאליציי.
זעה בילדער און ווידיאס
צוויי מענטשן האבן געדארפט אריינגעפירט ווערן אין שפיטאל, אבער איינער איז שוין ארויסגעלאזט געווארן. נאך א פרוי איז באהאנדלט געווארן, מיט א נישט-ערנסטע וואונד.
א מאן, אין זיינע 20-ערס, איז ארעסטירט געווארן, האט איבערגעגעבן די "סקאָטלאַנד יאַרד" געהילף-קאמישאנער ניעל בּאַסו. דער פארשוין האט אריינגעגעפירט א פאָרד פיעסטאַ קאר אין עטליכע ביציקלעך און פוסגייער, פאר'ן אריינגעקראכן אין די באריקאדעס אין די "פּאַרלאַמענט סקווער", וואס זענען אַראָפּגעשטעלט געווארן טאקע פאר די צוועק. עס הייסט אז דער פארדעכטיגטער קאאפערירט נישט מיט די פאליציי.
זעה בילדער און ווידיאס
אויסשליסליכע באריכט פון מאניס שעהר צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)
בילדער
די אריינגעקראכטע קאר, פון די נאנט
די אריינגעקראכטע קאר
ביציקליסטן ליגן פארוואונדעט
די פּאַרלאַמענט סקווער אין וועסטמיניסטער, וואו די אינצידענט האט פאסירט
פאליציי באוואכט די געגנט
פאליציי באוואכט די געגנט
פאליציי באוואכט די געגנט
די בריטישע פרעמיער מיניסטארשע טעריסא מעי דרוקט אויס מיטלייד און באדאנקט זיך צו די ערשטע הילף, אין א טוויט
די בריטישע האָומלענד סעקיוריטי סעקרעטאר סאדזשיד דזאוויד דרוקט אויס דאנקבארקייט צו ערשטע הילף
דער לאנדאנער מעיאר סאדיק קהאן דרוקט אויס דאנקבארקייט צו ערשטע הילף
ווידיאס
רויע ווידיא פון די סצענע, גלייך נאך די אינצידענט
סורוועילענס ווידיא ווייזט ווי די קאר קראכט אריין
הוסף רשומת תגובה