ניו יארק סיטי - א ען.וויי.פי.די. דעטעקטיוו וואס האט שוין אפגעקאסט פון די שטאט צוויי הונדערט און זעכציג טויזענט דאלער אין אנקלאגעס און קלאגע-אויסגלייכונגען, האט גענוצט די שוין-פארבאטענע טשאָוקהאָלד פאזיציע אויף א קווינס מאן וואס האט פארברענגט א זומער נאכט מיט זיינע פריינד אויף א מאנהעטן טראָטואַר, לויט די מאן'ס אדוואקאט און ווי עס זעהט אויס פון די ווידיא.

דעטעקטיוו פאַביאָ נונעז און אפיציר שאַני פּיערס פון די 34'סטע פריסינקט, זענען נעכטן נאכט צוגעגאנגען צו דעם 33-יעהריגער טאַמעס מאַדינאַ. זיי האבן ערשט נאר געקומען ארייקוקן אין א גרידער קאמפלעינט, אבער זאכן זענען שנעל ארויס פון קאנטראל, ביז נונעז האט אריינגעלייגט מאַדינאַ אין א טשאָוקהאָלד.

א "טשאָוקהאָלד" איז ווען איינער כאפט אן דעם צווייטען פון אונטען, מיט די ארעם ארום יענעמ'ס האלז, וואס לאזט יענעם זיך נישט רירן, אבער קען אויך אפשטעלן יענעמ'ס אטעם. די ווארט "טשאָוק" מיינט שטיקן, און "האָלד" מיינט אָנהאַלט. די ען.וויי.פי.די. האט פארבאטן אירע אפיצירן פון נוצן דעם טשאָוקהאָלד, און דאס האט שוין באקומען ברייטע אומגינסטיגע דעקונג נאך די טויט פון עריק גארנער.

בילד



אויסשליסליכע באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל