נארוועגיע - א נארוועגישע פאסאזשיר וועט זיצן א יאהר אין טורמע, פאר'ן מאכן א פאלשע באמבע שרעק אין די געיטוויק לופטפעלד אין מאי.

די 47-יעהריגער פראנצויזישע איד איז געווען שפעט פאר זיין פארטאגס פלייט פון לאנדאן קיין לאס אנדזשעלעס, און האט אריינגעקלינגען אן אַנאָנימע רוף איבער א באמבע, האפנדיג אז דאס וועט אפשיבן די ארויספליה ביז ער קומט אן צו די לופטפעלד.

יעקב מאיר אבדעלאק, וואס וואוינט אין לאנדאן, האט געמאכט די פאלשע רוף אכט מינוט פאר די נארוועיגען עיר פליגער האט זיך געדארפט הייבן די 11'טע מאי 5:47 צופרי. די שטיק איז אים געלונגען, און די פליגער האט זיך געהויבן ניינציג מינוט שפעטער, נאכדעם וואס אלע פאסאזשירן זענען נאכאמאל אריבער די זיכערהייט סקרינינג.

די לופטפעלד האט געעפנט א אויספארשונג, און באמערקט אז די ווארענונג איז אריינגעקומען פון די זעלבע טעלעפאן נומער פון ווי אבדעלאק האט אראנזשירט די בילעט פאר די רייזע. עלף טעג שפעטער, איז אבדעלאק ארעסטירט געווארן ווען ער האט פרובירט צו ארויפשטייגן אויף אן אנדערע פליגער קיין אמעריקע.

אבדעלאק האט ערשט גע'טענה'ט אז ער האט פארלוירן די טעלעפאן'ס "סים" קארטל (SIM card), און האט נישט געמאכט די רוף, אבער האט זיך שפעטער דערקלערט שולדיג. ער איז פאראורטיילט געווארן פאר צען מאנאטן טורמע און $178 קנס.

די נייעס דינט אלס דערמאנונג אז די סארט רופן זענען נישט קיין קינדערשפיעל, און אויסער די גרויסע רשעות קעגן די לופטליניע און אנדערע פאסאזשירן און די געפערליכע חילול השם, קען זיך דאס ענדיגן מיט שווערע שטראפן.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל