וואשינגטאן – עטליכע אנטוויקלונגען זענען געווען נעכטן, אויפן פראנט פון אויפדעקן און אפשטעלן שריט דורך פיינטליכע לענדער, וועלכע ציהלן צו באאיינפלוסן די מידטוירם וואלן. דערווייל האבן אבער פעדעראלע עלעקשאן באאמטע געזאגט מיט קאנפידענץ, אז די פיינטליכע העקערס האבן נאכנישט סוקסעספול באוויזן אריינצוהעקן אין עלעקשאן קאמפיוטערס און אין וואל מאשינען.

איין אנטוויקלונג איז געווען, דאס וואס "מייקראסאפט" האט אידענטיפיצירט און פארמעקט 6 פאלשע וועבסייטס וואס רוסישע רעגירונג העקערס, אונטער'ן נאמען "סטראנטיום", האבן אהערגעשטעלט, אז עס זאל אויסזעהן ווי עכטע וועבסייטס פון קאנסערוואטיווע אנטי-טראמפ גרופעס. דער ציהל פון די פאלשע וועבסייטס איז געווען אריינצונארן באזוכער מיט פאלשע פראפעגאנדע, אז זיי זאלן נישט כאפן אז וואס זיי ליינען איז פאלשע זאכן. אין א באזונדערע אנטוויקלונג, האט "פעיסבוק" געמאלדן אז זיי האבן פארמעקט מער ווי 650 אקאונטס, געעפנט דורך העקערס אין איראן און רוסלאנד, וועלכע האבן געזוכט צו פארשפרייטן פאלשע פראפעגאנדע און לעכערליכע קאנספיראציעס, מיט'ן ציהל צו באאיינפלוסן די מידטוירם וואלן אין אמעריקע, און אויך אנצוזייען כאאס און אומסטאביליטעט אין ענגלאנד, מיטל מזרח און אנדערע עקן וועלט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל