ווייאמינג – א פרישע רונדע פריימעריס זענען פארגעקומען די וואך דינסטאג, און עס זענען אריינגעקומען געמישטע רעזולטאטן, ווען פון איין זייט האט א פרא-טראמפ רעפובליקאנער סענאטאר באוויזן צו געווינען זיין פריימערי, און פון די אנדערע זייט האט א פרא-רעפובליקאנער קאנדידאט, וועמען טראמפ האט אינדארסירט, פארלוירן זיין פריימערי.

די פריימעריס זענען פארגעקומען אין ווייאמינג, וואו דער סטעיט טרעזשורער מארק גארדאן האט געווינען א היציגן גאווערנאר פריימערי פארמעסט, און וועט לויפן צו ערזעצן דעם אמטירנדן גאווערנאר מעט מיעד וועלכער קען נישט לויפן פאר ווידערוויילונג. גארדאן האט באזיגט פאסטער פרייס, א רייכער רעפובליקאנער, וועמען טראמפ האט אינדארסירט אינעם וואל טאג, רופנדיג ווייאמינג איינוואוינער ארויסצוקומען שטימען פאר פרייס.

אין א סענאט פריימערי אין ווייאמינג, האט דער אמטירנדער רעפובליקאנער סענאטאר דזשאן באראסא, א גאר שטארקער פארטיידיגער פון פרעזידענט טראמפ, געווינען און באזיגט זיין רעפובליקאנער פריימערי קעגנער דזשעקסאן האול. אין נאך א ווייאמינג פארמעסט, האט ליז טשעיני, טאכטער פון געוועזענעם וויצע פרעזידענט דיק טשעיני, געווינען די רעפובליקאנער נאמינאציע, צו לויפן פאר א קאנגרעס זיץ אין נאוועמבער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל