ניו דזשערסי - די ערווארטעטע שווערע טראפיק אריין צו מאנהעטן דורך די לינקאלן טונעל, נאך די אנהייב פון א יארן לאנגע פראיעקט צו פאררעכטן א ריזיגע שאסיי און בריק אריין אין שטאט, האט זיך פאקטיש אנגעהויבן מיט א רעלאטיווע רואיגקייט דורכאויס די ראש-האוערס נעכטן מאנטאג. די אויטאס האבן רואיג זיך געשלייכט אויף די "רוט 495" אין ריכטונג פון די לינקאלן טונעל, דורכאויס דעם ערשטן טאג פון די גענצליכע פארשליסונג פון א שאסיי וואס טוט פארבינדן די ניו דזשערסי טורנפייק און פירט דאס אריין צו דעם לינקאלן טונעל. די טראפיק איז זיך געמיטליך געפארן אין די צייט וואס רייזענדע האבן זיך גענומען אנדערע וועגן צו אויסמיידן דאס זיצן אין שווערע טראפיק אויף די וועג אריין צו די ארבייט.

די שאסיי וואס איז אצינד פארשלאסן געווארן פאר רע-קאנסטרוקציע, דינט אלס דער וועג פאר ארום 150,000 אויטאס יעדן טאג, וואס דאס מאכט דאס אלס איינס פון די מערסט פארנומענע ראודס אין די ראיאן. די שאסיי וועט פארשלאסן ווערן פאר די קומענדיגע צוויי און א האלב יאר, דורכאויס דעם גאנצן טאג, וויבאלד די שאסיי איז גאר שוואך, און איז אין געפאר פון איינפאלן. די באאמטע האבן געבעטן פון די רייזענדע צו נעמען ענדערש פובליק טראנספארטאציע, ווי באנען אדער שיפן אדער נוצן די ענדערש די האלענד טונעל אין דזשערסי סיטי, ווי איידער די טונעל וועלכע לויפט פון יוניאן סיטי אריין קיין ניו יארק.

טראץ די גאנץ געשמאקע ערפארונג דורכאויס די ערשטע טאג פון די פארשליסונג, זאגן אבער די באאמטע אז די קומענדיגע פראבע פאר די שאסיי פארשליסונג וועט זיין דורכאויס דעם ענדע וואך, ווען די זומער וואקאציאנערן וועלן זיך צוריקקערן צו די שטאט, און א שווערע טראפיק טוט דאן פארפלייצן די אלע אריינגענג צו די סיטי.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל