טוניזיע - א איד אין טוניזיע וואס זיצט אין די ארטיגע טורמע דוכאויס די לעצטע חודש איז געווארן צוריקגעוויזן פון באקומען צוטריט צו כשר עסן. דער ארעסטאנט, וועלכער איז אין די צוואנציגער יארן, ווערט שוין פארהאלטן אין די טורמע אין א פארשטאט פון די הויפטשטאט פון טוניזיע פאר אריבער א חודש. דער ריכטער וועלכער טוט פארפיגן אויף דעם פאל האט ערלויבט די פאמיליע פון דעם ארעסטאנט צו ברענגען כשר'ס צו עסן פאר זייער פאמיליע מיטגלידער, אבער דער הויפט פון די טורמע האט צוריקגעוויזן זייער פארלאנג, און נישט ערלויבט צו אריינברענגען די עסן וועלכע זיי האבן אים געברענגט.

דער ארעסטאנט האט שוין נישט געגעבן פאר מער ווי צוויי טעג, און זאגט אז ער וועט ווייטער פאסטן ביז ער וועט באקומען די כשר'ע עסן. זיין אדוואקאט האט געזאגט פאר די ריכטער אז צו פארבאטן אים פון באקומען כשר עסן טראגט די זעלבע באדייט ווי באשטעטיגן א טויט אורטייל אויף אים.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל