א טאג נאכ'ן איבערקערן די סאשעל מידיא מיט זיין אנטי-טראמפ טוויט, האט דזשארדזש קאנוועי נאכאמאל געצימבלט דעם פרעזידענט.
דאס אלעס האט זיך אנגעהויבן מאנטאג ווען טראמפ האט גע'רודפ'ט אהייא גאווערנאר דזשאן קעסיק איבער די שמאלע געווינס פון דעם רעפובליקאנער קאנדידאט טראָו באַלדערסאָן, רופענדיג אים "אומפאפולער". דזשארדזש, איינער וואס האט קיינמאל נישט געהאט קיין גוט ווארט אויף טראמפ צו זיינע כמעט הונדערט טויזנט נאכפאלגערס, האט אפגעענטפערט צו טראמפ מיט אן אנקעטע רעזולטאט, וואס ווייזט אז טראמפ אז כמעט צוויי מאל אזוי אומפאפולער ווי קעסיק אין יענע סטעיט.
די נייע שטאך צום פרעזידענט איז געקומען היינט, ווען ער האט גע'שער'ט א טוויט פון וואשינגטאן פאוסט זשורנאליסט פיליפ באמפ, ווי יענער פרעגט, "וויאזוי וואלט געווען ווען דער סי.אי.או. זאגט פאר די באָורד (ועד) פון די קאמפאני, אז ער האט נישט אויפגעזאגט א אומקוואליפיצירטער ארבעטער, נאר ווייל יענער האט געזאגט שבחים אויף די בעה"ב?..." מר. קאנוועי האט דאס ארויסגעלייגט, און צוגעלייגט אז "וויאזוי וואלט געווען אויב א סי.אי.או. מאכט כסדר פאלשע און פארפירערישע דערקלערונגען איבער זיך, די קאמפאני, און רעזולטאטן? אטאקירט אין עפנטליכקייט די שותפים, קאמפאני אפטיילונגען און ארבעטער? ווארפט זיך אונטער א מסוכנ'דיגע קאָנקורענט?" די נייע טוויט האט באקומען איבער צען טויזנט רי'טוויט'ס, און בערך דרייסיג טויזנט לייק'ס.

אסאך קאמענטארן אויף טוויטער האבן זיך אפן געוואונדערט וויאזוי ער קען זיין אזוי גערעגט אויף דעם פרעזידענט, ווען זיין אייגענע ווייב לויפט ארום אים פארטיידיגען. איינער סידני ווייס פרעגט, "וויאזוי קענסטו וואוינען מיט דיין ווייב אונטער איין דאך?" און זי גיסט צו זאלץ זאגענדיג, אז מ'רעדט פון 'פאלשע און פארפירערישע דערקלערונגען', איז זיין ווייב "די קעניגן"...
אויסשליסליכע באריכט פון אפרים הערשקאוויטש צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)
די טוויטס
טראמט אטאקירט קעסיק:
The very unpopular Governor of Ohio (and failed presidential candidate) @JohnKasich hurt Troy Balderson’s recent win by tamping down enthusiasm for an otherwise great candidate. Even Kasich’s Lt. Governor lost Gov. race because of his unpopularity. Credit to Troy on the BIG WIN!— Donald J. Trump (@realDonaldTrump) August 13, 2018
קעסיק שיקט צוריק א פוטין שמייכל:
— John Kasich (@JohnKasich) August 13, 2018
דזשארדזש קאנוועי ענטפערט צום פרעזידענט:
בילדCincinnati Enquirer/Suffolk 6/6-11/18 OH statewide 500 LV— George Conway (@gtconway3d) August 13, 2018
Unfavorable opinion of
> Donald Trump: 58.6%
> John Kasich: 34.8%https://t.co/CLkIOda8aN https://t.co/hTldDq1ZD6
טראמפ זאגט אז ער האט געהאלטן אומארוסא מאגינאלט ניומאן צוליב אירע שבחים:
...really bad things. Nasty to people & would constantly miss meetings & work. When Gen. Kelly came on board he told me she was a loser & nothing but problems. I told him to try working it out, if possible, because she only said GREAT things about me - until she got fired!— Donald J. Trump (@realDonaldTrump) August 13, 2018
פיליפ באמפ פרעגט צו דאס לייגט זיך אויפ'ן שכל:
How would the board of a company react if the CEO told them that he hadn't fired an unqualified employee who was disliked by coworkers because the employee constantly praised him? https://t.co/HmVOcYaceK— Philip Bump (@pbump) August 14, 2018
דזשארדזש קאנוועי פארשפרייט דאס, און לייגט צו א נפך משלו:
Interesting analogy. Likewise, what if a CEO routinely made false and misleading statements about himself, the company, and results, and publicly attacked business partners, company “divisions” (w/ scare quotes!), employees, and analysts, and kowtowed to a dangerous competitor? https://t.co/dTjUk7kApQ— George Conway (@gtconway3d) August 14, 2018
הוסף רשומת תגובה