א טאג נאכ'ן איבערקערן די סאשעל מידיא מיט זיין אנטי-טראמפ טוויט, האט דזשארדזש קאנוועי נאכאמאל געצימבלט דעם פרעזידענט.

דאס אלעס האט זיך אנגעהויבן מאנטאג ווען טראמפ האט גע'רודפ'ט אהייא גאווערנאר דזשאן קעסיק איבער די שמאלע געווינס פון דעם רעפובליקאנער קאנדידאט טראָו באַלדערסאָן, רופענדיג אים "אומפאפולער".   דזשארדזש, איינער וואס האט קיינמאל נישט געהאט קיין גוט ווארט אויף טראמפ צו זיינע כמעט הונדערט טויזנט נאכפאלגערס, האט אפגעענטפערט צו טראמפ מיט אן אנקעטע רעזולטאט, וואס ווייזט אז טראמפ אז כמעט צוויי מאל אזוי אומפאפולער ווי קעסיק אין יענע סטעיט.

די נייע שטאך צום פרעזידענט איז געקומען היינט, ווען ער האט גע'שער'ט א טוויט פון וואשינגטאן פאוסט זשורנאליסט פיליפ באמפ, ווי יענער פרעגט, "וויאזוי וואלט געווען ווען דער סי.אי.או. זאגט פאר די באָורד (ועד) פון די קאמפאני, אז ער האט נישט אויפגעזאגט א אומקוואליפיצירטער ארבעטער, נאר ווייל יענער האט געזאגט שבחים אויף די בעה"ב?..." מר. קאנוועי האט דאס ארויסגעלייגט, און צוגעלייגט אז "וויאזוי וואלט געווען אויב א סי.אי.או. מאכט כסדר פאלשע און פארפירערישע דערקלערונגען איבער זיך, די קאמפאני, און רעזולטאטן? אטאקירט אין עפנטליכקייט די שותפים, קאמפאני אפטיילונגען און ארבעטער? ווארפט זיך אונטער א מסוכנ'דיגע קאָנקורענט?" די נייע טוויט האט באקומען איבער צען טויזנט רי'טוויט'ס, און בערך דרייסיג טויזנט לייק'ס.

אסאך קאמענטארן אויף טוויטער האבן זיך אפן געוואונדערט וויאזוי ער קען זיין אזוי גערעגט אויף דעם פרעזידענט, ווען זיין אייגענע ווייב לויפט ארום אים פארטיידיגען. איינער סידני ווייס פרעגט, "וויאזוי קענסטו וואוינען מיט דיין ווייב אונטער איין דאך?" און זי גיסט צו זאלץ זאגענדיג, אז מ'רעדט פון 'פאלשע און פארפירערישע דערקלערונגען', איז זיין ווייב "די קעניגן"...

אויסשליסליכע באריכט פון אפרים הערשקאוויטש צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

די טוויטס

טראמט אטאקירט קעסיק:

קעסיק שיקט צוריק א פוטין שמייכל:

דזשארדזש קאנוועי ענטפערט צום פרעזידענט:

בילד

טראמפ זאגט אז ער האט געהאלטן אומארוסא מאגינאלט ניומאן צוליב אירע שבחים:

פיליפ באמפ פרעגט צו דאס לייגט זיך אויפ'ן שכל:

בילד

דזשארדזש קאנוועי פארשפרייט דאס, און לייגט צו א נפך משלו:

בילד

סידני ווייס: "דיין ווייב איז די קעניגן":

טוויט


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל