צוויי פרעדעריקטאן פאליציי אפיצירן זענען צווישן די פיר באשטעטיקט טויט, און איין פארשוין איז ארעסטירט געווארן, נאכפאלגענדיג א שיסעריי אין די פריע מארגן אין א באוואוינטע גאס. בייוואוינער האבן דערציילט אז זיי האבן געהערט צענדליגע אויסשיסן, אנגעהויבן נאך זיבן אזייגער צופרי.

די פאליציי ווארענט אז די געגנט איז נאכאלץ נישט זיכער, און מען זאל זיך נישט דרייען נעבן די ברוקסייד דרייוו גאס. עס איז באריכטן געווארן אז די פאליציי האט עוואקואירט א דערנעבנדיגע היים, ביי 237 ברוקסייד דרייוו. די פאליציי האט אויך געבעטן אז קיינער זאל נישט ארויפלייגן אויף סאשעל מידיא די אקטיוויטעטן פון די פאליציי, זייער פאזיציעס אדער אנדערע דעטאלן וואס קען קאָמפּראָמיסירן זייער אקציע. די אויטאריטעטן גיבן דערווייל נישט ארויס קיין אינפארמאציע, אריינגערעכנט די נאמען פון דעם פארהאלטענע פארשוין.

דער קאנאדישער פרעמיער מיניסטער דזשאסטין טרודא האט גע'טוויט', "שרעקליכע נייעס קומט ארויס פון פרעדעריקטאן. מיין הארץ גייט אויס פאר אלע אפעקטירטע פון די שיסעריי. מיר פאלגן נאך די סיטואַציע."

בילד

מאפע

בילד

בילד
 
בילד

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל