באסטאן - וויסנשאפטלער זאגן אז דער אויסדרוק וואס מאנכע נוצן אויף עלטערע מענטשן ווי: "זיידי ווערט נאר יונגער"... וועט אין נאנטן צוקונפט שוין נישט זיין קיין וויץ מער... נאר גאר א פאקט.

פארשער ביים "הארווערד מעדיקל שולע סענטער" אין באסטאן האבן געמאלדן אז זיי האבן באוויזן צו פארשטאטערן די עלטער אין "מייז" דורך א נייער פרעצעדור, און דער ערפונדונג וועט בקרוב קענען גענוצט ווערן אויף מענטשן.

דר. דעיוויד סינגקלעיר וועלכע שטייט אין שפיץ פון דער שטודיע האט געשפענדעט זיין גאנצע קאריערע צו טרעפן א מעטאד וואס וועט האלטן דער מענטש פריש און יונג אפילו אין די עלטערע יארן, און אצינד מיט דער פריידיגער אויסגאנג פון דער איצטיגער שטודיע גלויבט ער אז מענטשן וועלן איצט האבן די מעגליכקייט זיך צו האלטן יונגער אפילו אין די עלטערע יארן. "עס איז די רעדע פון לעבענס קוואליטעט וואס מיינט – פארמיידן קענסער, הארץ קראנקהייטן, דייעביטיס, און אלצהיימערס."

צעלן אינעם מענטשליכן קערפער פארמאגן א געוויסע "מאלעקיול" (באשטאנדטייל) וואס רופט זיך "ען. עי. די." און ווען דער מענטש עלטערט זיך נידערט די "ען. עי. די." שטאפלען, וואס אין רעזולטאט ברענגט עס פארשידענע קראנקהייטן, און אזוי אויך ברענגט עס שאדן צו די "די. ען. עי." (DNA) פונעם מענטש.

אין דער נייער שטודיע אויף מייזן האט דר. סינגקלער און זיין שטאב ביים "הארווערד מעדיקל שולע סענטער" באוויזן אריינצוגעבן פרישע כוחות אין זייערע ען. עי. די. (NAD) שטאפלען "די בלוט-אדערן ביי די מייזן אין אונזער שטודיע זענען איצט נאכאמאל יונג." זאגט דר. סינגקלער "די מייזן פארמאגן אצינד מער אדערן, א בעסערע בלוט-צירקולאציע, און סיי די אינגערע און סיי די עלטערע מייזן קענען איצט לויפן מיט 50- פראצענט שנעלער, אסאך מאל צוויי מאל אזוי שנעל ווי דער "טרעידמיל" אן ווערן ערשעפט".

סינגקלעיר זאגט אז שטודיעס ווערן אצינד עקפערימענטירט אויף מענטשן אין באסטאן, און ער דרוקט אויס האפענונג אז די "פוד-און-דראג אדמיניסטראציע" וועט עס באשטעטיגען. "איינמאל עס וועט אפעציעל באשטעטיגט ווערן פארן מענטשליכן באנוץ וועט דער מענטש בלויז דארפן נעמען איין טאבלעט יעדן אינדערפרי, עס וועט איבערבויען די אינערליכע ארגאנען און דער מענטש וועט נישט בלויז "שפורן" יונג, נאר ער וועט אין פאקט זיין "יונג".

בילד



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל