רומעניע, - וואנדאלן האבן אנגעשפריצט העסליכע גראפיטי אויף די קינדער-יאהרן היים פון דער באוויסטער שרייבער, האלאקאוסט איבערלעבער און באערטער פון די נאבעל שלום מעדאל, אלי' וויזעל ע"ה.

די "אלי וויזעל נאציאנאלע אינסטיטוציע פאר'ן שטודירן די האלאקאוס" אין רומעניע האט גערופן די שאדן "גרויליג", און געבעטן אויספארשער זיך "צו באגיין מיט די גאנצע שטרענגקייט איבער די אינצידענט".

"דאס איז נישט נאר אן אטאקע אויף אלי וויזעל'ס כבוד, נאר אויף אלע באטראפענע פון די האלאקאוסט", האט געזאגט אלעקסאנדרא פלאריען, די סי.אי.או. פון די אינסטיטוציע.

די הויז ווי אלי וויזעל האט געוואוינט אלס קינד, איז פרייטאג וואנדאליזירט געווארן, און די ראמענישע אויסערן מיניסטעריום האט געזאגט אז זי "פארדאמט פעסט סיי וואספארא אנטיסעמיטישע צייכענס און סיי וועלכע אויפפירונג אדער אויסדריק וואס שטיצט אומטאלעראנץ און ראסיזם".

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון שמחה דאסקאל צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל