25 דערשאסן אין צוויי און א האלב שטונדע אין שיקאגא!
אילינאי - פיר מענטשן זענען דערשאסן געווארן אין לאונדעיל, אכט אין גרעשאם, נאך פיר אין וועסט הומבאלט פארק און דריי אין וועסט גארפיעלד פארק. כאטש 41 מענטשן זענען דערשאסן געווארן זינט נעכטן (שב"ק) 11 צופרי, פיר פאטאל. זעכצן געשאסענע זענען צענערלינגען, צוועלף אונטער 17 יאהר.

פרישע כוחות זענען אריינגעברענגט געווארן אין די שפיטעלער, צו קענען באהאנדלען די אלע באטראפענע און זייערע פאמיליעס וואס האבן אריינגעפלאסן אָן אפשטעל.

צוטריט צו די "דזשאן סטראודזשער" שפיטאל איז געווארן פארשטייפט, צו קענען זיך אן עצה געבען מיט די מאסן פאציענטן. ביי איין געוויסע פונקט, האבן זיך באוויזן מער ווי צוויי הונדערט מענטשן צו די שפיטאל אויף איינמאל. די מט. סיני שפיטאל האט פארשפארט אירע טויערן פאר א וויילע, פון אננעמען פרישע פאציענטן.

ה"י.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל