ניו יארק – מרדכי פוקס, א באקאנטער אמעריקאנער אידישער זעלנער ביי דער צווייטער וועלט קריג, איז געשטארבן. פוקס איז געווען צווישן די אליאירטע זעלנער ביי דער נארמאנדי אינוואזיע אין פראנקרייך, און זיין מיליטערישע איינהייט איז געווען די ערשטע אריינצושטורעמען אין דער דייטשער שטאט אאכען, וועלכע איז אין ענדע 1944 געווען די ערשטע שטאט אין דייטשלאנד צו פאלן אין די אליאירטע הענט. מרדכי איז למעשה באקאנט געווארן איבער דער וועלט מיט דעם וואס ער האט אין יאר 1944 אנגעפירט א שבת פאר בערך פופציג אידישע אמעריקאנער זעלנער אין דער שטאט, זייענדיג דער ערשטער פובליק שבת אין דייטשלאנד זינט היטלער ימ"ש האט אויסגעראטן אלע ארטיגע אידישע געמיינדעס עטליכע יאר פריער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל