זימבאבווע – אינטערנאציאנאלע מענטשן-רעכט גרופעס האבן נעכטן אויסגעדרוקט זארג, איבער דעם וואס די אמעריקאנער רעגירונג האט אפגעהאקט סיי וועלכע פינאנציעלע שטיצע פאר דריי וויכטיגע יומען רייטס און פרא-דעמאקראטיע גרופעס אין זימבאבווע. מען שטייט קוים דריי וואכן איידער עס וועלן פארקומען דארטן וויכטיגע וואלן, וואו וויילער וועלן האבן א שאנס צו ערוועלן א נייעם פירער, נאכ'ן זיין צענדליגער יארן אונטער'ן פויסט פונעם דיקטאטור ראבערט מוגאבי, און דער פאקט אז די ארטיגע גרופעס פארלירן אמעריקע'ס שטיצע, באדייט אז זיי וועלן נישט קענען טאן די וויכטיגע ארבעט פון פארזיכערן אז די וואלן ווערן אפגעהאלטן יושר'דיג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל