וואשינגטאן – דער אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט האט נעכטן געזאגט, אז זיי ארבעטן מיט דער איראקער רעגירונג, אז זיי זאלן ערלויבן אן ארכיוו פון אידישע אנטיקן, וואס נעמט אריין ספרי קודש און ספרי תורה, צו מעגן פארבלייבן פאר נאך א שטיק צייט אין אמעריקע. די אנטיקן זענען געפונען געווארן דורך אמעריקאנער זעלנער אין די פאלאצן פון סאדאם כוסעין ביי דער איראקער אינוואזיע אין יאר 2003, און די אנטיקן זענען געברענגט געווארן קיין אמעריקע. די ניי-איינגעשטעלטע איראקער רעגירונג ברויזט און וויל שוין לאנג צוריקבאקומען די היסטארישע ווערדפולע חפצים. עס איז געסקעדזשועלט אז אויף ענדע זומער וועט די סטעיט דעפארטמענט צוריקשיקן די אנטיקן קיין איראק, אבער אויף דער ביטע פון א גרופע קאנגרעסלייט, ארבעט די רעגירונג צו פארלענגערן דעם דעדליין, אז אידן אין אמעריקע זאלן נאך האבן א געלעגנהייט צו קוקן די אנטיקן פאר עטליכע מאנאטן.

בילד: בשעת מ'האט געפונען די אנטיקן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל