וואשינגטאן – דאס ווייסע הויז האט צוריקגעצויגן פון דער נאמינאציע פון א ריכטער צו דינען אויף די ניינטע סירקוט פונעם פעדעראלן אפעלאט געריכט. טראמפ האט געהאט נאמינירט רייען באונדס פאר דער פעדעראלער געריכט פאזיציע, אבער עס זענען אפירגעקומען לעצטנס ארטיקלען וואס ער האט געשריבן, אין וועלכע ער מאכט אוועק די פארשידענע גרופעס וועלכע זענען פארנומען זיך אנצונעמען פאר דיסקרימינירטע ראסעס. באונדס האט זיך פרובירט צו אנטשולדיגן, אבער נעכטן האט דער רעפובליקאנער סענאט פירער מיטש מעקאנעל קלארגעשטעלט, אז באונדס וועט נישט באקומען גענוג שטימען צו באשטעטיגן באונדס פאר דער פאזיציע, און דאס ווייסע הויז האט דעריבער צוריקגעצויגן פון דער נאמינאציע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל