טאליבאנער מיליטאנטען האבן היינט געלאזט הערן, אז זיי האבן געהאט זייער ערשטע שמועס מיט אמעריקאנער באאמטע, איבער א צוקונפט'דיגן שלום פלאן.

די טאליבאנער האבן געהאט א באגעגעניש מיט עליס וועלס, די אמעריקאנער העכסטע דיפלאמאט פון דרום אזיע, און דורך דעם באגעגעניש וועט זיך האפענטליך ענדיגן די קריג וואס גייט שוין אן די לעצטע 17 יאר.

די אמעריקאנער רעגירונג האבן נישט געלייקענט די באגעגעניש, אבער האבן יא געלאזט הערן אז וועלס איז געווען אין די הויפט שטאט פון קאטאר, און זיך באגעגענט מיט הויכע מענטשן דורכאויס דעם רעגירונג, איבער א שלום-אפמאך מיט אפגאניסטאן.

עס איז אויך באוויסט אז די טאליבאן האט אן צווייג אין קאטאר, און זיי האבן שוין געבעטן עטליכע מאל פאר באגעגענישן מיט אמעריקע.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל