מישיגען - א פרוי מיט אירע פינף קינדער זענען ל"ע פארברענט געווארן צום טויט שב"ק צופרי אין א האטעל אין בענטאן הארבער. איר צוויי-יעהריגער קינד האט איבערגעלעבט די טראגעדיע און ווערט באהאנדלט אין שפיטאל פאר בראנד-וואונדן. אויך פיר אנדערע געסט און נאך פיר פייערלעשער זענען אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל פאר פארשידענע וואונדן.

די פייער האט צושטערט 90 פראצענט פון די "קאסמא עקסטענט סטעי" האטעל געביידע, ווי 27 צימערן זענען געווען אקופירט. די גאנצע האטעל איז עוואקואירט געווארן.

בילד

בילד


אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל