וואשינגטאן – דער פעדעראלער "ענווייראמענטאל פראטעקשאן אגענטור" אדמיניסטראטאר, סקאט פרואיט, האט נעכטן רעזיגנירט, נאכדעם וואס ער איז שוין עטליכע מאנאטן געווען אונטער א וואלקן פון עטישע סקאנדאלן.

פרואיט איז אראפגעריסן געווארן איבער דעם וואס ער איז געפארן "פוירסט קלאס" פלי רייזעס, איבער שפענדונג פאר לעכערליכע זיכערהייט מאסנאמען, פארבינדונגען מיט לאביאיסטן גרופעס, און פאר'ן נוצן זיין אפיס און זיינע ארבעטער צו שאפן דזשאבס פאר זיין פרוי.

ביים מעלדן נעכטן אז פרואיט האט רעזיגנירט, האט פרעזידענט טראמפ אויסגעלויבט פרואיט, זאגנדיג אז ער האט געטאן א גוטן דזשאב אלס אדמיניסטראטאר פון אי-פי-עי, אנולירנדיג פילע ענווייראמענטאלע רעגולאציעס וועלכע האבן פארשווערט פאר ביזנעסער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל