ווארשא. – אן ערנסטע רעגירונג קריזיס איז אנטשטאנען נעכטן אין פוילן, ווען עס זענען אריין אין אפעקט קאנטראווערסיאלע יורידישע רעפארמען, וואס האבן ארויסגעצוואונגען דעם הויפט סופרים קאורט ריכטער און נאך צענדליגער אנדערע סופרים קאורט ריכטער, וויבאלד די רעגירונג וויל האבן מער קאנטראל אויפ'ן געריכט. טויזנטער האבן פראטעסטירט קעגן די רעפארמען, און אויך דער הויפט סופרים קאורט ריכטער האט זיך אנטזאגט אויסצופאלגן די פארארדענונג, קומענדיג נעכטן אינדערפרי צו דער סופרים קאורט געביידע ווי געהעריג.
הוסף רשומת תגובה