מעקסיקא סיטי – עמאניועל לאפעז אובראדור, דער ניי-ערוויילטער פרעזידענט אין מעקסיקא, וועלכער וועט איינגעשוואוירן ווערן קומענדיגן דעצעמבער, האט נעכטן געמאכט אן אינטערעסאנטע דעקלעראציע, זאגנדיג אז ער וויל נישט האבן קיין לייבוועכטער. אובראדור האט געזאגט, אז "די בירגער וועלן זיין מיינע וועכטער", און ער האט אויך געזאגט פאר עטליכע זשורנאליסטן וואס האבן אים באגלייט, אז זיי זאלן אים באשיצן, צולייגנדיג "איך בין שוין אמאל באקלאפט געווארן מיט קאמערעס, צעדרוקט מיך ביטע נישט"...
הוסף רשומת תגובה