אדעסא, טעקסאס - דער צוואנציג-יעהריגער וועיטאר כאַליל קאַוויל האט ארויפגעשטעלט א פאוסט אויף פעיסבוק צוויי וואכן צוריק, וואס האט אויפגעשטורעמט אמעריקע, און די גאנצע וועלט. אבער עס שטעלט זיך ארויס, אז דאס איז געווען נאך א פאל פון פעיק ניוז...

די רעסטוראנט האט אפילו פארבאטן דעם קאסטומער פון נאכאמאל קומען עסן ביי זיי, נאכדעם וואס דער קאסטומער האט מ'כלומר'יש געשריבן אויף א רעסיט "מיר טיפּ'ן קיין טעראריסט", ווען דער סארווירער האט ארויפגעלייגט א בילד דערפון אויף זיין פעיסבוק אקאונט, און צוגעשריבן דערצו א גאנצע געשיכטע און אז ער וויל ברענגן אויפמערקזאמקייט צו די פראבלעם פון ראסיזם און העסע.

"נאך א טיפערע אויספארשונג, האבן מיר איינגעזעהן אז אונזער ארבעטער האט פאבריצירט די גאנצע געשיכטע", האט טערי טורני, א הויפט אויפזעהער פון די "זאַלץ-גראָז סטעיק האוז" רעסטוראנט, געזאגט פאר די "אדעסא אמעריקען" צייטונג. "דער קאסטומער איז געווארן אנגערופן, און צוריק איינגעלאדנט געווארן צו קומען עסן ביי אונז. מיר פארטראגן נישט סיי וואספארא ראסיזם, און מיר האנדלען שנעל ווען עפעס פאסירט ביי אונז".

קאַוויל האט מודה געווען צו די צייטונג אז ער אליינס האט געשריבן אויף די רעסיט די "מיר טיפּ'ן קיין טעראריסט" נאטיץ. ער האט געהאט באקומען נדבות צוליב די שוין-געמעקטע פעיסבוק פאוסט, וואס ער וועט יעצט צוריקגעבן.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל