דער טערקישער פרעזידענט ראסיפ טאיעפ ערדאוואן האט אפגעלייקנט אז ער איז איינגעגאנגען אויף אן אפמאך צו ארויסלאזן דער אמעריקאנער גלח ענדרו ברונסאן (Andrew Craig Brunson). ער האט אויך געווארנט אז טערקיי וועט נישט "אריינגעשטופט ווערן" אין קיין אפמאך.

די אינטערנאַציאָנאַלע פרעסע האט באריכטעט פאריגע וואך - ציטירנדיג א הויכע באאמטער אין די אמעריקאנער רעגירונג - אז טערקיי וועט באפרייען דעם אמעריקאנער גלח פון טורמע, אונטער א דיפלאמאטישע אפמאך אין וואס מדינת ישראל וועט באפרייען א טערקישער בירגער "עברו אזכאן".

ערדאוואן עקשנ'ט זיך אבער אז עס נישט פארהאן קיין שום אפמאך.

אלט בילד פון ערדאוואן מיט טראמפ

בילד: דער אמעריקאנער גלח ענדרו ברונסאן

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל