וואשינגטאן – די יו-ען יומען רייטס באאמטע האבן נעכטן זיך געוואנדן מיט א ביטע צו דער אמעריקאנער רעגירונג, אז זיי זאלן זאפארט אפשטעלן די ניי-אינפארסירטע פאליסי פון צעטיילן קינדער פון זייערע עלטערן, נאכדעם וואס זיי קומען אומלעגאל אריבער דעם גרעניץ פון מעקסיקא קיין אמעריקע. א ווארטזאגער פאר דער יו-ען יומען רייטס קאמיסיע זאגט, אז זיי האבן באווייזן אז הונדערטער קינדער אימיגראנטן זענען שוין אפגעטיילט געווארן פון זייערע עלטערן, און "עס איז נישטא גארנישט נארמאל איבער דעם". די טראמפ אדמיניסטראציע האט ווידערהאלט אז דאס איז בכלל נישט קיין נייע פאליסי, און ס'איז עפעס וואס איז אינפארסירט געווארן אונטער פריערדיגע אדמיניסטראציעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל