וואשינגטאן – א געוועזענער איינגעשטעלטער אינערהאלב דער אמעריקאנער "פארטיידיגונגס שפיאנאזש אגענטור", ביים נאמען ראן ראקוועל האנסען, איז ארעסטירט און אנגעקלאגט געווארן מיט קלאגעס אז ער האט פרובירט צו שפיאנירן פאר כינע. לויט די אנקלאגעס, האט האנסען שוין געהאט ארויסגעגעבן פאר כינע די לאקאציעס פון אמעריקע'ס "סייבער קאמאנד" צענטערן איבער דער וועלט, געבנדיג פאר כינע אן אויבערהאנט אינעם סייבער מלחמה מיט אמעריקע. די עף-בי-איי האט שוין אנגעהויבן אויספארשן האנסען אין יאר 2014, און האט שפעטער אונטערגעשטעלט א "סטינג" אפעראציע, דורך וועלכע ער איז געכאפט געווארן. עס ערווארט אים לעבנסלענגליכע טורמע, אויב ווערט ער געפינען שולדיג אויף אלע קלאגעס קעגן אים.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל