וואשינגטאן – ווייסע הויז קוועלער דערציילן, אז א הויכראנגיקער אדמיניסטראציע באאמטער, וועלכער פירט אן מיט די פלאנירונגען צום סאמיט אין סינגאפור, וועט פארלאזן זיין אמט גלייך נאכ׳ן סאמיט. דזשאו העגין (Joe Hagin) דינט יעצט אלס דעפיוטי ווייסער הויז שטאב הויפט אונטער פרעזידענט טראמפ, און ווי מען הערט, וועט ער אפטרעטן פון זיין אמט, ווי נאר טראמפ קערט זיך צוריק אהיים פון סינגאפור. לויט די באריכטן, וויל העגין באקומען א העכערע פאזיציע, און וויל אז טראמפ זאל אים שטעלן אלס דעפיוטי דירעקטאר פון די סי-איי-עי. עס איז אויך מעגליך אז ער טרעט אפ, נאכדעם וואס באריכטן האבן געלויטעט אז ער באהאלט סאמיט דעטאלן פון טראמפ, ווייל ער וויל נישט אז טראמפ זאל עס "טוויטן" פריצייטיג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל