ניו העמפשיר – דער ליבעראלער סענאטאר בערני סענדערס אנטזאגט זיך צו אינדארסירן זיין זון, לוי סענדערס, וועלכער לויפט פאר א קאנגרעס זיץ אין ניו העמפשיר. בערני זאגט אז זיין פאמיליע "גלייבט נישט אין דינאסטיע פאליטיק", וואס באדייט אז ער זוכט נישט אז צוליב זיין סטאטוס אלס סענאטאר, זאל זיין זון באקומען זיין אינדארסמענט, ווי די אנדערע פאליטישע דינאסטיעס אין אמעריקע, א שטייגער ווי די בוש און קלינטאן פאמיליעס. פאליטישע אנאליסטן זאגן אבער, אז לוי'ס קאמפיין איז א קאטאסטראפע און עס גייט גאר מיאוס פארלירן אין די פריימערי, וואס דעריבער וויל נישט בערני אז זיין רעפוטאציע זאל געשעדיגט ווערן דורך זיין זון'ס דורכפאל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל