וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט געברענגט אז פילע ברעמען איבער דער וועלט זאלן זיך הייבן, ווען ער האט פרייטאג געזאגט, אז ער וויל אז זיינע מענטשן זאלן אים ארויסווייזן די זעלבע רעספעקט, ווי די צפון קארעאר בירגער ווייזן פאר קים יאנג אן. טראמפ האט געזאגט אז קים יאנג אן איז א שטארקער פירער, און קיינער וואגט זיך נישט צו טראכטן אדער זאגן אנדערש, און ער וויל זייער שטארק אז אזוי זאל אויך זיין אין אמעריקע. ווען טראמפ איז איבערגעפרעגט געווארן איבער די קאמענטארן, האט ער זיך פארענטפערט אז ער האט עס בכלל נישט געמיינט צו זאגן ערנסט, נאר פשוט אלס א וויץ. אבער קאמענטירער האבן געזאגט, אז ער זאל זוכן צו מאכן בעסערע וויצן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל