קאליפארניע – עפל וועט אריינשטעלן א נייע טעכנאלאגיע אין אירע אייפאון טשארדזשערס, צו שטערן לאו ענפארסמענט פון זיך אריינכאפן אין פארשפארטע אייפאונס און אייפאדס. ביז יעצט האבן די אויטאריטעטן געהאט א וועג, אז ווען מען האט איינגעפלאגט אן אייפאון דורך "יו-עס-בי" אין קאמפיוטער, האט מען געקענט צוקומען צו די אינפארמאציע וואס ליגט אויפ'ן טעלעפאן, אפילו אויב עס איז פארשפארט מיט א פעסווארד. פון היינט און ווייטער, וועט עפל איינשטעלן, אז דאס וועט נאר ארבעטן פאר איין שעה, און נאך א שעה וועט מען נישט קענען צוקומען צו דער אינפארמאציע, אין פאל דער פאון האט א פעסווארד. דאס וועט מאכן שווער פאר די פאליציי, אין פאל זיי לייגן האנט אויף א סעלפאון פון א טעראריסט אדער א קרימינאלן פארשוין, און זיי דארפן האבן צוטריט דערצו פאר א לענגערע צייט.
הוסף רשומת תגובה