ווירדזשיניע – דער פעדעראלער יוסטיץ דעפארטמענט האט נעכטן ארויסגעשטעלט האס פארברעכן קלאגעס, קעגן אן 21 יעריגן פארשוין, וועלכער ווערט באשולדיגט אין אומברענגען א פרוי, בשעת ער האט דורכגעפירט א ברוטאלע קאר אטאקע אראפקלאפנדיג א גרופע ליבעראלע אקטיוויסטן. די גאנצע זאך האט פאסירט אין טשארלסטאן, ווירדזשיניע, בשעת עס איז דארטן פארגעקומען די ווילדע נאציאנאליסטישע ראלי, וואו די פארזאמלטע האבן געשריגן אנטיסעמיטישע און ראסיסטישע לאזונגען, און פיזיש אטאקירט מענטשן.
הוסף רשומת תגובה