מאנהעטן – עטליכע טעג נאכדעם וואס אן אפעלאט געריכט האט דערקלערט אז עס איז לעגאל אויסגעהאלטן, האט מען געהערט אז ניו יארק סיטי'ס פארבאט אויף סטיירא-פאום פראדוקטן וועט פאקטיש אריינגיין אין אפעקט. דער געזעץ רופט אז געשעפטן און רעסטוראנטן וועלן מער נישט קענען פארמאגן, נוצן אדער פארקויפן סטיירא-פאום פראדוקטן, אריינגערעכנט "פארפּאקונג ניסלעך", דאס הייסט די קליינע שטיקלעך פאום וואס מ'נוצט ווען מען שיקט א באקס דורך יו-פי-עס און ענליכס. לויט'ן יעצטיגן פלאן, וועט דער סטיירא-פאום פארבאט אריינגיין אין אפעקט אום יאנואר 1 יאר 2019.
הוסף רשומת תגובה