אטלאנטא – דער וועבסייט פון "אמעריקען עירליינס" איז נעכטן געווען פאראליזירט, און פאסאזשירן האבן געהאט שוועריגקייטן ביים פרובירן דורכצוגיין די "טשעק אין" פראצעדורן אדער צו קויפן טיקעטס. פילע פאסאזשירן האבן באריכטעט, אז די קיאסקס און טישלעך פון אמעריקען עירליינס אין געוויסע לופטפעלדער, האבן אויך נישט פונקציאנירט נארמאל, אריינגערעכנט אין אוסטין, טעקסאס, וואו 200 פאסאזשירן האבן נישט געקענט דורכגיין די פראצעדורן צוליב די קאמפיוטער פראבלעמען. די לופטליניע האט נישט ארויסגעגעבן קיין אפיציעלן סטעיטמענט איבער די קאמפיוטער פראבלעמען, און האט בלויז אינדיווידועל רעאגירט צו דירעקטע ביטעס פון קאסטומערס, מיט א פארזיכערונג אז זיי ארבעטן צו פאררעכטן די פראבלעמען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל