סאודי אראביע – די רעגירונג אין סאודי אראביע האט נעכטן געלייקנט שפעקולאציעס אין די אינטערנאציאנאלע מידיא, אז דער מאכטפולער קרוין פרינץ מוכאמעד בין סאלמאן איז טויט. די שפעקולאציעס האבן זיך אנגעהויבן נאכדעם וואס מיט א חודש צוריק האבן זיך געהערט שיסעריי אויסטוישן ביי איינס פון די מלוכה פאלאצן אינעם הויפטשטאט ריאד, און זייט דעמאלט איז בין סאלמאן נישט געזען געווארן אין פובליק. די שמועות אין אראבישע מידיא איז דעריבער געווען אז יענע שיסערייען האבן געצילט בין סאלמאן און ער איז שוין טויט א גאנצע מאנאט. די מלוכה האט אבער נעכטן ארויסגעגעבן ווידעא פון 2 טעג צוריק, פון בין סאלמאן ביי א רעגירונג זיצונג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל